Location via proxy:   [ UP ]  
[Report a bug]   [Manage cookies]                
לדלג לתוכן

אהרן לייב שטיינמאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אהרן יהודה לייב שטיינמאן)
רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן
אהרן יהודה לייב שטינמן
געבורט 22 אקטאבער 1914 (יוליאניש)
י"ד חשוון ה'תרע"ד
קאמעניץ, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 דעצעמבער 2017 (אלט 103)
כ"ד כסלו ה'תשע"ח
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט פאנאוועזשער בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק
באלאנג דאס ליטווישע אידנטום
אמטן ראש ישיבה פון: ארחות התורה, גאון יעקב, און פאנאוועזשער ישיבה לצעירים
זיינע רביס רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, רבי משה סאקאלאווסקי, רבי פסח פרוסקין
חיבורים אילת השחר, חסד ומשפט, ימלא פי תהילתך, מפקודיך אתבונן, עזי ומגיני.
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב אהרן לייב שטיינמאן
הרב שטיינמאן מיט הרב אליה שוויי און הרב שמואל קאמינעצקי אין אמעריקע
רבי משה יהושע האגער וויזניצער רבי מיט רבי אהרן לייב שטיינמאן

הרב אהרן יהודה לייב שטיינמאן ("הגראי"ל"; י"ד חשוון ה'תרע"ד - כ"ד כסלו ה'תשע"ח) איז געווען א ליטווישער ראש ישיבה, פון די הויפט מנהיגים פון דער חרדישער וועלט אין די יארן פון תש״ס. ער איז געווען דער נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ער איז אויך געווען דער ראש ישיבה פון עטליכע ישיבות: גאון יעקב, ארחות תורה, תורה בתפארתה און פון דער פאנאוועזשער ישיבה לצעירים, און איז אמאל אויך געווען דער ראש כולל פונעם פאנאוועזשער כולל. ער האט מחבר געווען דרייסיק ספרים. ספר איילת השחר אויף מסכתות הש"ס און חמשה חומשי תורה, און ספר ימלא פי תהילתך פון שמועסן.

ער האט געהייראט מרת תמר (טעמא) קארנפעלד (נפ' תשס"ב), אן אייניקל פון משה חיים ראטנבערג פון כענטשין.

דער רב איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ד אלס אהרן יהודה לייב שטיימאן אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) צו זיין פאטער רבי נח צבי שטיימאן, שמש אינעם בריסקער בית דין, און צו זיין מוטער מרת גיטל פייגא.

אין תרצ"ז איז ער גערופן געווארן צו ווערן ריקרוטירט אין דער פוילישער מיליטער, דעריבער האט ער געביטן זיין משפחה נאמען אויף שטיינמאן מיט דער האפענונג אזוי נישט צו ווערן גענומען אין מיליטער, אבער אן ערפאלג ער איז ווייטער גערופן געווארן אין מיליטער.

דורך די באמיאונגען פון דעם בריסקער רב און רבי ברוך בער לייבאוויטש האט ער באקומען אין תרצ"ז אן איינלאדונג פון הרב באטשקא, ראש ישיבה אין מאנטרע, שווייץ; אזוי האט ער זיך געראטעוועט פון פוילישע מיליטער.

במשך זיינע יארן אין דער שווייץ האט ער געהאט נאנטע באציאונגען מיטן פוסק הרב מרדכי יעקב ברייש, רב פון ״אגודת אחים״ אין ציריך.

ער איז געשטארבן נאך א לאנגער קראנקייט, הויפטליך אנגינע, אין דער אלטער פון 104 יאר.

הרב שטיינמאן איז ארויסגעשטאנען מיט זיין אפגעזונדערקייט פון די וועלטליכע פארגענוגנס, זיך באגענוגט מיט מינימאלישע געברויכן וואס אן דעם איז נישט מעגליך אנצוגיין אבער נישט א מענטש נישט האט נישט געברויכט, זיין אויפיהרונג האט דערמאנט אז א מענטש איז נאר אויף דער וועלט צייטווייליער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט.

ער האט געוואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל לעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
ער האט געפאסט אסאך תעניתים. דערצו איז ער אויך א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדער, און אימער האט ער געהאט א שמייכל אויף זיין געזיכט. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה ר' ארען לייב.
כאטשיג ער האט געפירט היינט די מערהייט פון דער ליטווישער וועלט, איז ער געווען גאר א שטילער מענטש און איבערהויפט נישט גערעדט וועגן א פערזענליכן מענטש.

זייענדיג א מנהיג פון דער תורה וועלט האט ער זיך צוגעקוקט פון די נאנט דאס שווערע מצב הפרנסה פון דער תורה וועלט אין בני ברק און אין גאנץ ארץ ישראל, אויך די חורבן וואס די שוואכערע בחורים מאכן אן אין ישיבות (און אויך נאך טעמים אין די אינטערוויסן), האט ער געשטיצט די עסקנים צו ערלעדיגן אז פרומע אידן זאלן גיין דינען אין דער מיליטער.

דאס האט אים געמאכט שונא נומער 1 פון די קנאים און אנטי ציונים צוליב זיין זאגן אז ער שטיצט די נחל החרדי און חוק טל, און תכנית הליבא, אזש ס'איז שוין ארויסגעקומען א קול קורא קעגן אים פון זיי אז זיינע ספרים זענען דינם בשריפה און ער האט א דין ווי א מסית ומדיח. אבער ער שרעקט זיך נישט פון זיי, די ליטווישע האלטן דאס נישט אויס וויאזוי מ'קען פארשעמען ר' אהרן לייב.

הרב שטיינמאנ׳ס מוטער, גיטל פייגא, איז געווען א טאכטער פון רב משה אליהו גיבארנאווסקי פון קאמעניץ.‏[1] א פעטער פון הרב שטיינמאן איז געווען הרב חיים שלמה גאָרפֿינקל, א מורה הוראה אין קאמעניץ.

א שוועסטער פון זיין באבע עלקא, איז געווען די ווייב פון דוב, פאטער פון הרב שמחה זעליג ריגער. א ברודער פון עלקא איז געווען הרב משה אהרן ווייצבלום, א תלמיד פון מהרי"ל דיסקין וואס איז געווען רב אין א שטעטל לעבן בריסק, און אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויף אין ארץ ישראל וואו ער איז געווען א ר"מ אין ישיבת תורת חיים.‏[2][3]

הרב שטיינמאן האט געהייראט מרת תמר (נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תשס"ב), א טאכטער פון שמאי קארנפעלד, אייניקל פון משה חיים ראטנבערג, א ברודער פונעם גערער רבי׳ן דעם חידושי הרי"ם". זיי האבן געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:

  • מרת רחל דבורה (נפטר געווארן ד' כסלו ה'תשע"ח). זי איז געווען די ווייב פון רבי זאב בערלין, דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת גאון יעקב אין בני ברק.
  • רבי משה, דינט אלס א מגיד שיעור אין דער "עטרת שלמה ישיבה". ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי ישראל אשר וואלעס. זיין שוואגער איז געווען רבי ישראל יעקב פישער.
  • רבי שרגא נח, דער ראש ישיבה לצעירים פון "קהילות יעקב אין בני ברק". זיין פרוי איז געווען מרת חנה, די עלטסטע טאכטער פון רבי חיים קאניעווסקי וועלכע איז נפטר געווארן אין יאר 2014.
  • מרת טובה ציפורה, ווייב פון רבי דב שפירא, דער ראש ישיבה פון "יד הלוי - בריסק" אין ירושלים.

דער בירגערמייסטער פון נצרת עילית, רונן פּלאָט, האָט געמאָלדן אַז דער חרדישער געגנט "הר יונה ג'" וועט ווערן גערופן נאָך הרב שטיינמאַן וועלכער האָט געשטיצט זיין גרינדונג.

  1. הרב גיבארנאווסקי איז געווען א חברותא פון הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש; ער איז נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 40.
  2. זעט נאל וועגן אים
  3. קובץ גליונות "כאיל תערוג" תשע"ה עמוד 11