Location via proxy:   [ UP ]  
[Report a bug]   [Manage cookies]                
לדלג לתוכן

איינקויף צענטער

פֿון װיקיפּעדיע
אן איינקויף צענטער אין ישראל

אן איינקויף צענטער אדער שאָפינג צענטער איז א געביידע אדער עטליכע געביידעס וועלכע פארמאגן צענדליגער ענצל־געשעפטן און זענען פארבונדן איינע מיט דער אנדערער דורך ספעציעלע שפאציר-וועגן.

דער געדאנק פון צוזאמענברענגען עטליכע געשעפטן אין איין געביידע גייט צוריק טויזנטער יארן און איז א טייל פון ענצל־פארקויף סיסטעם איבער דער גאנצער וועלט. אין סטאמבול, טערקיי, איז פאראן א 500 יעריגע איינקויף צענטער וועלכע אנטהאלט 58 גאסן־בלאקן וועלכע זענען פארבונדן אינאיינעם און איבערגעדעקט און עס זענען דארט פאראן איבער 4,000 געשעפטן.

איינקויף־צענטער סארטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען דא צוויי סארט שאָפּינג מאָלן: אינערליכע און אויסערליכע. אן אינערליכע שאָפּינג מאָל איז געווענליך איין אדער עטליכע געביידעס באהאפטן אין וועלכע עס איז פאראן א הויפט זאל וואס ווערט גענוצט דורך די איינקויפער צו שפאצירן און באטראכטן די געשעפטן.

אויסערליכע שאָפינג צענטערן איז א ספעציעלע שטח וואו צענדליגער ענצל־געשעפטן בויען זיך אויף אייגענע געביידעס אדער עטליכע אינאיינעם און די געביידעס זענען אויסגעשטעלט אין א פארעם מיט פארקינג ארום אדער אין צענטער.

רוב גרויסע שטעט פארמאגן ביידע סארט שאָפּינג מאָלן אבער מען וועט געווענליך טרעפן מער אינערליכע שאָפּינג מאָלן אין שטעט ווי עס איז פאראן א קאלטע ווינטער.

אין אמעריקע רופט מען געווענליך אן אויסערליכע שאָפינג ארט אלס א שאָפינג צענטער און א אינערליכע שאפינט ארט אלס א שאָפּינג מאָל. איבער דער וועלט איז אבער נישט פאראן קיין צווישנשייד און דאס ווערט גערופן אנדערש אין אנדערע ראיאנען.