Location via proxy:   [ UP ]  
[Report a bug]   [Manage cookies]                
לדלג לתוכן

העלסינקי

פֿון װיקיפּעדיע
העלסינקי פון ים

העלסינקי (פֿיניש: Helsinki; שוועדיש: Helsingfors) איז די הויפטשטאט פון פינלאנד, און אויך די גרעסטע שטאט, מיט א באפעלקערונג פון 568,146 (31סטן אקטאבער 2007). העלסינקי געפינט זיך אויפן בארטן פונעם איינגאס פון פינלאנד. קעגן איבער איז די שטאט טאלין.

דער שוועדישע מלך גוסטאוו וואסא האט געגרינדעט העלסינגפארס (אזוי הייסט די שטאט אויף שוועדיש) אין 1550. ווען רוסלאנד האט איינגענומען פינלאנד פון שוועדן זיי האבן אנטוויקלט די שטאט העלסינקי און געמאכט זי די הויפטשטאט פון דעם פראווינץ פון פינלאנד.

די באפעלקערונג פון העלסינקי כמעט אלע רעדן פיניש, אבער 6.1% רעדן שוועדיש. 9.6% רעדן אלס מוטערשפראך נישט פיניש און נישט שוועדיש. 6.4% זענען אויסלענדישע בירגער.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: העלסינקי