Location via proxy:   [ UP ]  
[Report a bug]   [Manage cookies]                
לדלג לתוכן

סלאוועניע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון סלאוועניע
Republika Slovenija
פאן סלאוועניע
פאן סלאוועניע
סימבאָל סלאוועניע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון סלאוועניע
אָרט פֿון סלאוועניע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך סלאוועניש
הויפּטשטאָט ליובליאנא 46°03′N 14°30′E / 46.050°N 14.500°E / 46.050; 14.500
רעגירונג פארלאמענטארע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
בארוט פאַכאר
גרינדונג דאַטום
1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
20,273 קוואַדראַט ק"מ
153סט
0.7%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

2,050,189 (2011)
$57.892
101 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $57.892 ביליאן (2011)
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאָמען si.
טעלעפֿאָן קאָד 386+

סלאָװעניע (סלאוועניש: Slovenija), אפיציעל די רעפובליק פון סלאוועניע (סלאוועניש: Republika Slovenija), איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט איטאליע צו מערב, קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח און עסטרייך צו צפון. זי באדעקט א שטח פון 20,273 קוואדראט ק"מ און האט א באפעלקערונג פון 2.05 מיליאן.[1][2] די הױפּטשטאָט איז ליובליאנא.

די אפיציעלע שפראך פון סלאוועניע איז סלאוועניש.

סלאוועניע איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד און אין נאט"א.

די ערשטע סלאווענען זענען אנגעקומען אין דעם געגנט פון סלאוועניע אינעם 6טן יארהונדערט. פון דעם 13טן יארהונדערט ביז 1918 איז סלאוועניע געווען א טייל פון עסטרייך.

אין 1989 האט דער פארלאמענט פון סלאוועניע באשלאסן זיך צו שיידן פון יוגאסלאוויע, און אין 1990 איז די החלטה געווארן באשטעטיקט דורך א רעפערענדום. אין 1991 האט סלאוועניע דערקלערט איר אומאפהענגיקייט. די יוגאסלאווישע מיליטער האט אינוואדירט אום 27סטן יוני, אבער נאכן אינטערווענץ פון די פאראייניקטע פעלקער האט געענדיגט דאס קעמפן נאך צען טעג. אין 1992 האט דער אייראפעישער פארבאנד אנערקענט די אומאפהענגיקייט פון סלאוועניע. יענע יאר האט מען געהאלטן דעמאקראטישע וואלן, און מען האט געוויילט מילאן קוטשאן פרעזידענט פון דעם לאנד.

סלאוועניע געפינט זיך אין דרום־מזרח אייראפע, צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח, עסטרייך צו צפון און איטאליע צו מערב. סלאוועניע, איטאליע און עסטרייך האבן א באגעגן־פונקט לעבן פעטש, אין צפון פון לאנד. אין דרום־מערב פון לאנד איז א קורצער בארטן ביים אדריאטישן ים.

צווישן די פויגלען אין סלאוועניע זענען סאוועס, אדלערן, און שווארצע און גרינע פיקהאלצן.

  1. Površina ozemlja in pokrovnost tal, določena planimetrično, 2005 (Slovene, English). Statistical Office of the Republic of Slovenia. דערגרייכט דעם 2טן פעברואר, 2011.
  2. Population, Slovenia, 1 October 2010 - final data. Statistical Office of the Republic of Slovenia (‏31 January 2010).