קוויבעק
|
קוויבעק (פראַנצויזיש: Québec קעבעק) איז די צווייטע גרעסטע פון די קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס, באפעלקערונג, און עקאנאמיש. קוויבעק געפינט זיך אין מזרח-צענטראלער קאנאדע און גרענעצט זיך מיט די צפון-מזרח שטעט ניו יארק, ניו העמפשיר, מעין, און ווערמאנט פון די פאראייניגטע שטאטן.
קוויבעק אנטהאלט די גרעסטע פראנצויזישע באפעלקערונג אין צפון אמעריקע און פראנצויזיש איז דארט די אפיציעלע שפראך. די פראנצויזן האבן עטליכע מאל זיך פרובירט אפטיילן פון קאנאדע און גרינדן א זעלבסשטענדיג לאנד אבער אן ערפאלג. קוויבעק פארמאגט אן אייגענע פראווינציאנאלע רעגירונג וועלכע טוט איינקאסירן שטייערן און סערווירט א רייע סאציאלע פראגראמען וועלכע איז נישט פאראן אין די אנדערע פראווינצן.
די הויפטשטאט פון קוויבעק איז קוויבעק סיטי.
אין די לעצטע 35 יאר זענען די ליבעראלן און די פי-קיו געווען די צוויי אפיציעלע פארטייען וועלכע האבן זיך געטיילט מיט דער רעגירונג און האבן איינגעפירט פארשידענע סאציאלע פראגראמען אן קיין שום שטער. אין די לעצטע עטליכע יאר איז די עי-די-קיו אריינגעקומען אלס א יונגע פראנצויזישע פארטיי וועלכע איז מער רעכט געשטימט און האט גענאסן א באגרעניצטע שטיצע פון אלע ווינקלן. אום מערץ דעם 26'סטן 2007 האט די עי-די-קיו זיך ארויפגערוקט צווייט צו די ליבעראלן אין די פראווינציאלע וואלן. און אקטאבער דעם ערשטן 2018 האט די סי-עי-קיו געוואנען א מאיאריטעט, און די ליבעראלן זענען געווארן די אפיציעלע אפאזיציע.
קוויבעק האט 75 פון די 308 זיצן אין דעם פעדעראלן פארלאמענט וואס געפונט זיך אין דער הויפטשטאט אטאווא. נאך די לעצטע וואלן וואס זענען פארגעקומען יאנואר 2006 האט די פראנצויזישע בי-קיו פארטיי - וואס איז נאנט פארבונדן מיט דער פראווינציאלער פי-קיו פארטיי - געווינען 51 זיצן, די פעדעראלע ליבעראלן 13, די קאנסערוואטיוון 10 און 1 זעלבשטענדיגער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ערשטער אייראפעער וואס איז אנגעקומען צום געגנט פון קוויבעק איז געווען דער אויספארשער זשאק קארטיער, וואס איז ארויפגעפארן די לענג פונעם סאנט לארענס טייך אין 1535.
קאנאדישע טעריטאריעס און פראווינצן | |||
---|---|---|---|
פראווינצן: בריטישע קאלומביע · אלבערטא · סאסקאטשעווען · מאניטאבא · אנטעריא · קוויבעק · ניו בראנזוויק · נאווע סקאשע · פרינץ עדווארד איילענד · נייפונדלאנד און לאבראדאר
|
|