Location via proxy:   [ UP ]  
[Report a bug]   [Manage cookies]                
לדלג לתוכן

גראץ

פֿון װיקיפּעדיע
גראץ
דער שלאסבארג מיטן זייגער-טורעם
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°4′N 15°26′E / 47.067°N 15.433°E / 47.067; 15.433קאארדינאטן: 47°4′N 15°26′E / 47.067°N 15.433°E / 47.067; 15.433
בירגערמייסטער זיגפריד נאגל
שטח 127.56 קוואדראט ק"מ
הייך 353 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

280,200‏  (שטייענדיג 2016)
2,200 באוואוינער א ק"מ2

גראץ (דייטשיש: Graz, סלאוועניש: Gradec) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עסטרייך. די שטאט פארמאגט א באפעלקערונג פון 329,527 מענטשן (2017). זי באדינט אויכעט אלס דער הויפטשטאט פון דעם לאנד שטיריע. די שטאט ווערט אויכעט גערערכנט אלס א שטאט פון סטודענטן, צוליב דעם פאקט, אז עס געפינען זיך דארט נישט ווייניגער ווי פיר אוניווערסיטעטן, און נאך צוויי אנדערע וואס זענען געאייניגט פארן לערנונג פון וויסנשאפטן, און וואו עס לערנען איבער 50,000 סטודענטן. די "אלשטאט" פון גראץ איז איינע פון די אויסגעהיטנסטע פלעצער אין צענטראלער אייראפע און זי איז אריינגערעכנט אין דער ליסטע פון וועלט ירושה ארטן פון אונעסקא.

די שטאט ליגט אויף דעם ברעג פונעם "מור (דייטשיש: Mur) טייך אין דעם דרום מזרח'דיגן טייל פון עסטרייך. גראץ געפינט זיך אין א אונטערשייד פון צוויי און א האלב שטונדן פאר מיט א באן פון דער הויפטשטאט וויען. זי איז די גרעסטע שטאט אין שטיריע און איר הויפטשטאט. די שטאט געפינט זיך אין א ראיאן פון אייביגע וועלדער און איז ארומגענומען מיט קליינע בערגלעך, א זאך צוליב וואס זי ליידט גאר אפט פון נעפל, אפילו אין די הייסע זומער טעג.

דער עגנבערג שלאס פון דעם לופט
דאס ראטהויז פון גראץ

אנהייב גראץ איז געווען א באפעסטונג ארט פון דעם רוימישן מיליטער. שפעטער איז אויפגעבויט געווארן דארט א שלאס דורך סלאוועניע, וועלכער דורך דער פארלויפענער צייט געווארן א מעכטיגן פעסטונג וואס האט באשיצט דעם גאנצן ראיאן מיט א גרויסער ערפאלג. אנפאנג די שטאט האט געהייסן "גראדעץ" - וואס אויף סלאוועניש מיינט "א קליינעם שלאס". סלאוועניש איז געווען דעמאלטס די הויפט שפראך, צוליב דעם פאקט אז כמעט אלע איינוואוינערס וואס האבן זיך באזירט דארט אין יענער עפאכע, זענען אנגעקומען פון סלאוועניע

אין דעם 14סטן יארהונדערט, גראץ איז געווארן די הויפטקווארטיר פון דער אריסטאקראטישער פאמיליע פון דער האפסבורגער דינאסטיע, וועלכע האבן זיך באזעצט אין דעם "שלאסבורג" שלאס, און פון דעם ארט האבן זיי קאנטראלירט און געהאט אונטער זייער הערשאפט פילצאליגע לענדער און פראווינצן, אזוי ווי: קארינטיע, שטיריע, קארינטיע און עטליכע חלקים וואס געהערן היינט צו טאגס צו סלאוועניע און איטאליע.

אין דעם 16סטן יארהונדערט, די פלאנירוג און די פארמירונג פון דער שטאט, זענען אויסגעפירט געווארן הויפטזעכלעך דורך איטאליאנישע מייסטערן און ארכיטעקטן אונטער דעם איינפלוס פון דעם רענעסאנס. איינע פון די מער באקאנטע געביידעס וואס זענען אויפגעבויט געווארן אין יענער עפאכע איז דאס "לאנדהאוז" (דייטשיש: Landhaus)

"קארל פראנצענס אוניווערסיטעט" (דייטשיש: Karl-Franzens Universität), וועלכער איז מער באקאנט מיטן נאמען "גראץ אוניווערסיטעט", איז דער עלטסטער אוניווערסיטעט אין דער שטאט, און איינער פון די עלטסטע אין גאנץ עסטרייך. דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1585, דורכן ערצהערצאג קארל דער צווייטער. פאר א סאך יארן דער אוניווערסיטעט איז געווען אונטער דעם אויפזיכט פון דער קאטוילישער קירכע. אין יאר 1782 האט יאזעף דער צווייטער, וועלכער איז געווען דער קייזער פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע, צוגעמאכט דעם פלאץ, מיט א ציל צו באגריפן קאנטראל איבער די חינוך מוסדות אומעטום אין דעם לאנד. אין יאר 1827 האט דער קייזער פראנץ יאזעף דער ערשטער ווידער געעפנט דעם אוניווערסיטעט וועלכער עקזיסטירט ביז היינטיגן טאג, און וועלכער פארמאגט איבער 30,000 סטודענטן. דער פיזיקער ערווין שרעדינגער, פלעגט דינען פאר א קורצער צייט אלס דעם הויפט אנפירער פונעם אוניווערסיטעט.

אין דער צווייטער וועלט קריג, האט אן איינוואוינער פון דער שטאט, יאזעף שלייך פון חסידי אומות העולם, געראטעוועט טויזנטער אידן פון אונטער די אכזריות'דיגע נעגל פון די נאציס.

די איבערגעבויטע שוהל אין גראץ

בארימטע טוריסטישע ערטער אין גראץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דורך די פארלויפענע יארן, און הויפטזעכלעך אין דער שפעטערדיגער מאדערנער עפאכע, זענען געבויט געווארן פילצאליגע געזעלשאפטליכע געביידעס, אזוי ווי צום ביישפיל דער "קונסטהאוז" (דייטשיש: Kunsthaus), וואס דינט אלס דעם צענטראלן קונסט הויז פון דער שטאט.

נאך א אינטערעסאנטע פלאץ איז דער "מוראינזעל" (דייטשיש: Murinsel) געביידע, וועלכע ליגט אויפן "מור טייך" און פארבינדן צו די ברעגן. די געביידע איז פארמירט געווארן אין א צורה פון א מושל, און דערין געפינען זיך א טעאטער, רעסטאראן און א קאווע שטיבל.

אין דער שטאט געפינען זיך אויכעט דער "עגנבערג שלאס" (דייטשיש: Schloss Eggenberg) , וועלכער ליגט אין דעם ערנבערג קווארטאל, אין דער מערב'דיגער זייט פון דער שטאט, דער "לאנדעסצויגהאוז" (דייטשיש: Landeszeughaus) וואס איז א היסטארישן מוזיי פון ארסענאל, וועלכער ציעט אהין טוריסטן פון איבער דער גאנצער וועלט און נאך פילע אנדערע מוזייען און הערליכע פלעצר.